מאריטיים היסטאריע מוזיאום
איבער די מאריטיים היסטאריע מוזיאום
די מאריטיים היסטאריע מוזיאום נוצט עקזיבישאנס, אקטיווטעטן, פארשונג, לערעריי און זאמלונגען פון מאריטיים אביעקטן אראפצומאלן די שוועדישע מאריטיים און ים קולטורע היסטאריע. די מוזיאום געפונט זיך ביי Ladugårdsgärdet אין שטאקהאלם. אום 1938, נאך 40 יאר פון דיסקוסיעס איבער אזא סארט מוזיאום, האט די זאמלונג פון די שוועדישע מאריטיים פאראיין ענדליך געטראפן א פערמענאנטע פלאץ נאך יארן פון וואנדערן און ווערן ארויסעגשטעלט אין די שוין יעצט פארמאכטע מאריטיים מוזיאום אין שעפסבראן. אפילו די נאציאנאלע נעוועל היסטאריע זאמלומג מיט זייערע וואפנס און שיף מאדעלן פארבלייבן דא, נאכן ווערן געוויזן ביי א וואלרד פעיר אין די געגענט.
ראגנער ערסטבערי'ס קלאסישע און גוסטאוויען סטייל דיזיין מיט אביסל ליכטיגע פונשענעליסט סימפליסיטי איז איבערגעשטיגן צוויי קאנקורירנדע ארכיטעקטן, און די מאריטיים היסטאריע מוזיאום איז געווארן עפעס וואס שטארט ארויס איבער די שטאקהאלם הימלען. אויב קוקט איר אויף א מאפע פון שטאקהאלם וועט איר זעהן אז סיטי האלל, וואס איז אויך דיזיינט געווארן דורך ראגנער ערסטבערי, פארמירן די שפיץ פון א אנקער, און די מאריטיים היסטאריע מוזיאום'ס געדרייעטע פארם, פארמירט די אונטערשטע טייל.
איבער די מאריטיים היסטאריע מוזיאום
די מאריטיים היסטאריע מוזיאום נוצט עקזיבישאנס, אקטיווטעטן, פארשונג, לערעריי און זאמלונגען פון מאריטיים
אביעקטן אראפצומאלן די שוועדישע מאריטיים און ים קולטורע היסטאריע. די מוזיאום געפונט זיך ביי Ladugårdsgärdet
אין שטאקהאלם. אום 1938 ,נאך 40 יאר פון דיסקוסיעס איבער אזא סארט מוזיאום, האט די זאמלונג פון די שוועדישע
מאריטיים פאראיין ענדליך געטראפן א פערמענאנטע פלאץ נאך יארן פון וואנדערן און ווערן ארויסעגשטעלט אין די שוין
יעצט פארמאכטע מאריטיים מוזיאום אין שעפסבראן. אפילו די נאציאנאלע נעוועל היסטאריע זאמלומג מיט זייערע וואפנס
און שיף מאדעלן פארבלייבן דא, נאכן ווערן געוויזן ביי א וואלרד פעיר אין די געגענט.
ראגנער ערסטבערי'ס קלאסישע און גוסטאוויען סטייל דיזיין מיט אביסל ליכטיגע פונשענעליסט סימפליסיטי איז
איבערגעשטיגן צוויי קאנקורירנדע ארכיטעקטן, און די מאריטיים היסטאריע מוזיאום איז געווארן עפעס וואס שטארט ארויס
איבער די שטאקהאלם הימלען. אויב קוקט איר אויף א מאפע פון שטאקהאלם וועט איר זעהן אז סיטי האלל, וואס איז אויך
דיזיינט געווארן דורך ראגנער ערסטבערי, פארמירן די שפיץ פון א אנקער, און די מאריטיים היסטאריע מוזיאום'ס
געדרייעטע פארם, פארמירט די אונטערשטע טייל.
ע
איינטריט
אלס פריי
שטונדן
דינסטאג – זונטאג 17-10
פארשפארט מאנטאג
דירעקציעס
די מוזיאום געפונט זיך ביי לעדאגארטסייעדעט אין שטאקהאלם. באס 69 פון די צענטראלע סטאנציע שטעלט זיך דארט
אפ. א שפאציר פון די יוגארדען בריק געדויערט ארום 15 מינוט. באצאלטע פארקינג.
צוטריט
הענדיקעפ פארקינג ביי די היפט אריינגאנג און עלעוועיטאר פון אונטן. צו נוצן די עלעוועיטאר, פארבינדט אייך מיט די
שטאב דורך די אינטערקאם דארט אדער ביי די הויפט אריינגאנג.
די הויפט אריינגאנג האט שטיגן, רעמפ פאר א וואגן און בעניסטערס.
עס איז דא א הענדיקעפ באדע צימער
איר קענט בארגן רעדערבענקלעך און וועגענער. אלע עפענטליכע פלעצער זענען צוטריטבאר מיט א רעדערבענקל.
א שטוב צו זייגן און אודיטאריום פאר די וועלכע הערן שווער געפונט זיך אין די בעיסמענט.
שטום שפראך טורס זענען גרייט. פארבינדט אייך מיט די מוזיאום: se.smtm@sm.bokningen אדער אויפן טעלעפאן -08
519 549 30
שולע
אונזער ציהל איז אז לערער און סטודענטן זאלן קענען נוצן די מוזיאום און אירע עקזיביטס ווי לערע מאטריאל און
נאטורליכע קאמלימענט פאר קלאסרום אנווייזונגען. טעארעטישע און פראקטישע איבונגען פירן צו אפשאצונגען, קריטישע
טראכטן און דיאלאג. איר קענט באשטעלן צוגעפאסטע קורסן איבער עקזיביטס און טעמעס מיט אונזערע קורעטארס.
שולע באזוכן זענען פריי פון אפצאל.
קאפע
ביי ביסטרא אסטבערג, קענט איר געניסן פון קאווע און מיטאג. אונזער מעניו רעכנט אריין סאלאטן, קיכן און אנדערע
לייכטע צובייס, ווי אויך פעסטריעס אייס קריעם און סענדוויטשעס.
איינקויפן
די מוזיאום געשעפט האט א ברייטע אויסוואל פון אטמאספערע-פריינטליכע געשאנקן פאר אלע פרייז. אסאך פון די זענען
ספעציעל פראדוצירט געווארן פאר אונזער מוזיאום, דערנעבן געפונט זיך א בוך געשעפט וואס ספעלעליזירט זיך אין ים
ליטעראטור פאר קינדער און ערוואקסענע.
עקזיבישאנס
די מאריטיים היסטאריע מוזיאום האט פערמענאנטע און ספעיעלע עקזיבישאנס פארבינדן מיט אספעקטן פון אונזער
מאריטיים היסטאריע פון מארין מעלעריי ביז מארין ארכעלאגיע.
Amphion
די מוזיאום איז ספעציעל געבויעט געווארן צו האלטן די אונטערשטע טייל און סאלאן פון עמפיאן, וואס איז געווען א לוקסוס
שיף פון קעניג גוסטאוו דער דריטער, און איז אינספירירט געווארן דורך די לוקסוס קורטלעבן פון ווערסעילעס. עס איז אריין
אין דינסט אום 1778 און איז געווען אין וואסער א יאר-הונדערט. די דראמא האט זיך אנגעפאנגן ביי איר ערשטע רייזע ווען
האט כמעט געזינקען.
אבער די עמפיאן איז נישט געווען בלויז א לוקסוס שיף, עס איז אויך איבערגעמאכט געווארן אין קריגסצייט אלס א קריגס
שיף אין ים שלאכטן מיט רוסלאנד םון 1788 ביז 1790 ,עס איז כמעט געווארן א רוסישע קריג מעדאל. נאך גוסטאוו'ס
מארד אין 1792 איז די שיף געווען אוועקגעלייגט ביז 1829 ווען עס איז פאראכטן געווארן.
אבער אין די 1850 יארן איז די עמפיאן געווארן א אויפהאלטונג שיף פאר כאלערע ליידנדע, און אום 1875 איז עס גענוצט
געווארן פאר באראקן. אין די ענדע, אום 1885 ,איז עס צובראכן געווארן אבער די אונטערשטע טייל און פרעזעווירט
געווארן און געפונט זיך יעצט אין א פערמענאנטע עקזיבישאן דא.
Shipping & Shopping
די פערמענאנטע שיפינג און שאפינג עקזיבישאן פארציילט שוועדנס לאנגע און פרייליכע היסטאריע פון ים האנדל.
פראגעס רעכנט אריין פארוואס מיר האנדלען, פארוואס האנדלען איז אפהענגיק אויף שיפינג און וויאזוי עס ארבעט אויפן
ים.
Klart skepp
די דריטע פעמענאנאטע עקזיבישאן האט מאדעלן פון קריגס שיפן און אביעקטן פון שיף היסטאריע, פון פייק ביז מאשין
געווער, ווי אויך מער איידעלערע אביעקטן אזויווי נעוויגאציע אינסטרומענטן. די מאדעלן פארציילן די געשיכטע פון די
שוועדישע ים מיליטער פון 1700 ביז היינט. די מאדעלן האבן אויך קריגס שיפן פון די 1700 יארן, קאנאן שיפן,
סובמארינס, און מאדערנע קארוועטס.
די עקזיבישאן רעכנט אויך אריין אביעקטן פון אלווען, א שוועדישע סובמארין וואס איז פארניכטעט געווארן אינדרויסן פון
גאטענבורג אום 1943 דורך א דייטשע מינע, אומברענגענדיג 33 מענטשן.
די בויע וואס איז ארויפגעשיקט געוורן געווארן דורך די אלווען איז שפעטער געפונען געווארן און איז איינס פון די אביעקטן
וואס ווערט געוויזן.
אונזערע זאמלונגען
די מאריטיים היסטאריע מוזיאומס זאמלונג אנטהאלט ארום 000,50 אביעקטן, פון זאכן וועלכע זענען געפונען געווארן
שווימען ביז גאנצע מעבל און ארגינעלע שיפן, ווי אויך ארום 500,1 מאדעל שיפן. די עלטסטע איז געשאנקען געווארן פאר
די שטאקהאלם קירכע אין 1600 יארן ווי עס איז עמטליך געהאנגען און איז איינס פון די עלטסטע קריגס שיף מאדעלן אין
די וועלט. די מאדעלן זענען גענוצט געווארן אין ים טרענירונג, העלפן מיט שיף בויעריי, און אלס מאדעלן פאר
שפעטערדיגע שיפן, ווי אויך אלס דאקומענטאציע אביעקטן. זיי זענען אנקומען דא ווי א געשאנק, געקויפט אדער
געבארגט, טייל איז אפילו געמאכט געווארן דא.
בילדער ארכיוון
די מוזיאום האט אויך א גרויסע זאמלונג פון ארום 000,900 בילדער, וואס שילדערט אלעס פון שיף מאנשאפט ביז דאס
פאמיליע לעבן אויף שיפן, מיט פילע בילדער פון שיפן. טייל זענען דא געקומען פון די מוזיאומס אייגענע דאקומענטאציע,
אבער מייסטענס זענען פון זאמלונגען און ארכיוון פון פאראיינען און אינדיווידיעלן.
פלענס
אונזערע ארכיוון אנטהאלטן 000,45 פלענס און רעקארדס, אריינגערעכנט טאג ביכער, רייזע ביכער און אינטערוויאוס, ווי
אויך אסאך שיף פלענס, אריינגערעכנט ארגינעלע פלענער דורך די בארימטע שיף דיזיינער, פרעדיק הענריק אף
טשעפמען פון 1700 יארן.
לייבערי
אונזער ים לייבערי האט ארום 000,60 ביכער איבער ים טעמעס, אזויווי שיפלען, ים היסטאריע, מארין ארכעלאגיע און
שיפבויעריי.
זוך אין אונזערע זאמלונגען
אויף די וועבזייטל קענט איר זוכן אונזערע זאמלונגען און אונזער לייבערי, אדער באזוכט אונז און זוכט ביי די מוזיאום. מען
דארף א אפוינטמענט פאר אונזער בילדער ארכיוון. די לייבערי און ארכיוון זענען געווענליך אפען אום דינסטאג און מיטוואך
נאכמיטאג, אבער האלט א אויג פאר טוישונגען.
יעצטיגע שטונדן און פארבינדונגס אינפארמאציע )אין שוועדיש(
די מאריטיים קולטור היסטאריע )האפנס, שיפיארדס און אלע ערליי שיפן(
ביי די מאריטיים היסטאריע מוזיאום טוען מיר זאמלען און ארגעניזירן וויסנשאפט פון קולטורע פלעצער נעבן די וואסער,
אזויווי שיפיארדס, האפנס און ליכטהייזער. מיר טוען דאס צוזאמען מיט פאראיינען, רעגירונגס אגענטורן, מוזיאומס און
יוניווערסיטיס. מיר לאדענען די וועלכע זענען אינטערסירט צו פארשידענע מיטינגען פון פארומס, מיר שטעלן צו הילף און
דינען ווי עקספערטן, קאמענטירן אויף פארגעשלאגענע געזעצן און מאכן אפשאצונגען אויף מאריטיים פלעצער.
די מוזיאום ארבעט אויף מערערע וועגן צו מאטיווירן און שטיצן די פרעזערוואציע פון היסטארישע און קולטורע שיפן. מיר
טוען דאס דורך "K-באצייכענען" אייער שיף. אפליקאציעס פאר K-באצייכענען קען געמאכט ווערן דורכן אייגנטומער. די
מוזיאום טוט אויך פארשפרייטן שיף סובסידיעס צו וואס אייגנטומער פון K-באצייכענטע שיפן קענען זיך איינגעבן.
אינפארמאציע איבער Kבאצייכענען און שיף סובסידיעס )אין שוועדיש(
גאלארווארוועט שיפיארד
די מאריטיים היסטאריע מוזיאום איז נישט בלויז די וזיאום געביידע אויף לעדאגארטסייעדעט. זומער האבן מיר אויך
אקטיווטעטן ביי גאלארווארוועט שיפיארד אויף יורגארדאן אינזל אונטער די וואסא מוזיאום.
דינסט שטונדן ביי גאלארווארוועט שיפיארד )אין שוועדיש(
דא וועט איר טרעפן שיף זאל 2 ,וואס אנטהאלט טיילן פון די שיף זאמלונג.
די שיפן זענען פון די 1700 ביז די 1900 יארן. עס זענען דא ארום 50 שיפן אין ענדזשינס, ווי אויך די רויעל שיפן,
וועסעארדען, גאלטען און דעלפינען.
מוזיאום שיפן
לענגאויס דעם פיער זענען אונזערע מוזיאום שיפן – סאנקט עריק און פינגראנדעט
סאנקט עריק
די סאנקט עריק איז שוועדנס ערשטע אייז ברעכער, און עס איז געבויעט געווארן ביי די פינבאדע שיפיארד אום 1915 .די
שטאט פון שטאקהאלם האט געדארפט א אייזברעכער צו האלטן די ארכיפעלעגא וואסער ליניע אפען צו די שטאט.
דורסאויס עכ שווערע ווינטערס איז די סאנקט עריק פארבארגט געווארן פאר די שוועדישע רעגירונג פארן באנוץ אין די
באטניע האלב-אינזל און ארום די בארטן פון סקעין. אום 1977 איז די סאנקט עריק ארויס פון דינסט און איז געווארן א
מוזיאום שיף אום 1980
פינגראנדעט
די פינגראנדעט איז געווען א ליכטהויז שיף וואס איז געבויעט געווארן אין יעהעוולע אום 1903 .די שיפן האבן געדנט אלס
ליכטהייזער, און, לויט אינטערנאציאנאלע פארשריפטן, האט געדארפט געפארבד ווערן רויט מיט זייער נאמען אין גרויסע
ווייסע בוכשטאבן. די פינגראנדעט האט געאנקערט און די דרום טייל פון די באטניע האלב אינזל דורכאויס די נישט-אייזיגע
מאנאטן. עס איז ארויס פון דינסט אום 1969 און איז געווארן א מוזיאום שיף אום 1970 .
דורכאויס זומער זענען ביידע שיפן אפען פאר באזוכער. געדענק אז צוטריט פאר וועגעלעך און רעדערבענקלעך אי
באגרענציט אויף די שיפן.
אנצוקומען צו די גאלארווארוועט, נעמט באס 44 ,טראלי 7 אדער די פערי שיף פון סלאסען